געפילן טוען אונז נאר וויי ווען מיר קעמפן קעגן זיי.
אבער ווען מיר אנערקענען זיי און לאזן זיך פילן — ווערן מיר באפרייט. 💛
📝 די ערשטע צייט איז אלעס אין איין ליסטע. מיר וועלן זען ווי די שמועסן גייען, און שפעטער וועלן מיר מאכן באזונדערע טעמעס.
שלום עליכם און ברוכים הבאים!
דער פלאץ איז געמאכט געווארן פאר איין זאך: אז יעדער זאל האבן וואו זיך אויסצורעדן. מען דארף נישט טראגן אלעס אליין. אמאל איז גענוג אז איינער הערט אויס און זאגט "איך פארשטיי דיך".
ווי עס ארבעט:
• כדי צו שרייבן, רעגיסטריר זיך מיט א ניק און א פאסווארט. עס נעמט א האלבע מינוט.
• ביי יעדן פאסט קענסטו אויסקלייבן "פאסט אנאנים", און אנדערע וועלן נישט זען ווער עס האט געשריבן.
• דו קענסט עפענען א נייעם אשכול, אדער ענטפערן אויף אן אנדערנ'ס.
• אויב דו זעסט עפעס וואס פאסט נישט, דרוק "מעלדן" און די פארוואלטונג וועט עס איבערקוקן.
די כללים:
• זיי ווארעם און רעספעקטפול. דא קומט מען פאר חיזוק, נישט פאר קריטיק.
• קיין לשון הרע. שרייב נישט קיין נעמען אדער פרטים וואס קענען אידענטיפיצירן אנדערע מענטשן.
• קיין שום אומאיידלע שמועסן אדער ווערטער.
• היט דיין אייגענע פריוואטקייט: שרייב נישט דיין טעלעפאן נומער אדער אדרעס.
• דאס איז נישט אנשטאט א דאקטער, טעראפיסט אדער רב. אויב עס איז שווער, איז דא הילף, און עס איז א מעלה צו בעטן.
מיר האבן א סך פלענער פאר די צוקונפט, כדי צו מאכן דעם פלאץ בעסער און בעסער. יעדע עצה איז וועלקאם 🌱
אויב א געוויסער טעראפיסט, א קורס אדער א מעטאד האט דיר געהאלפן, ביטע שרייב דאס דא, כדי עס זאל קענען העלפן אנדערע 💛
מיר זענען דא איינער פארן אנדערן. ברוכים הבאים 💛